Tags
RZ - Rajzel Zychlinsky
KM - Kadya Molodowsky
CN - Cheshvandike Nekht (1927)

Any transcription errors are my own

Oct 29, 2022

Quiet day 2



כ׳טראָג העלע זאָקן און מיידלשע לאקירטע שיך,

נאָר ס׳יאָגן מיך שוין אָן.

די פריע מיטל-יאָרן פון א פרוי,

און איך האָבּ מורא אָפּקערן אויף הינטן מיין געזיכט.

עס האָבּן מענער שטאַרקע פיס,

און שטייען איינגעאנקערט פעסט אנקעגן צייט,

און דאָך גייען מיר ערגעץ אלע גלייך,

ווער א טריט פון הינטן

און ווער א טריט פאָראויס.

נאָר פעסטונגען איז דאָוואו מענטשן לעבּן לאַנג,

דאָס זענען הויכע תפיסות פון די שטעט,

וואוהין מ׳פריט די אויפגעבּונטעוועטע קעגן אונז און קעגן גאָט.

עס האָבּן יענע ווייסע ווענט

נאָר בּלינדע פענסטערלעך מיט בּלעך פאַרשלאָגענע פון זון,

נאָר ס׳זעט די תפיסה מיט איר גלאָצעדיקער ווייטקייט 

גוט און ווייט.

נעבן אירע שטילע איינגעשמידטע ווענט.


גיי איך דורך אמאָל פארטאָג 

ווי אין די קינדער יאָרן לעם דער שטעטלדיקער שול

גיט זיכערצו איז טאקע דאָרט פּוסט און שטיל

און אפשר שטייט דאָרט עמיצער בּיים עמוד

מיט פייערדיקע אויגן דורך די ווענט 

געווענט צו מיר.

כ׳טראָג העלע זאָקן 

און מיידלשע לאקירטע שיך,

נאָר ס׳יאָגן מיך שוין אָן

די פריע מיטל-יאָרן פון א פרוי

און איך האָבּ מורא אָפּקערן אויף הינטן מיין געזיכט.

No comments:

Post a Comment