און טרעפן זיך וועט לאַנג נאָך זיין פאר מיר אַ פרייד,
דו וועסט דעם הוט אבּיסל העכער הויבּען,
און איך וועל נאָר אַ בּויג טון מיטן קאָפּ
און שמייכלען ווי געוויינלעך פרויען צו בּאקאנטע,
נאָר די ווייסע ציין בּאווייזן.
דערנאָך וועט מיין געדאַנק אַ פּינטל טאָן ווי אַ פאַרחלשט-אויג
און דראָבּנע וועט אַ פיבּער טאָן מיין הארץ.
און כ׳וועל זיך אומקערן צוריק
און וועל אַוועקגיין נאָך דיינע אָפּגעקילטע טריט.
And before long, meeting you will be a joy to me,
Your hat will be tilted a little higher
And I’ll just nod my head
And smile like a regular woman you know
Just slightly showing white teeth.
Then my thoughts will squeeze like a eye seeing stars
My heart will run a tiny fever
I’ll turn around again
And go out after your fading steps
No comments:
Post a Comment