IV
עס הערן זיך די ערשטע רופן
פון דער פארקויפער אין די גאסן,
און מיך רופט אויך מיין טאָג
מיין וועג דער אויסגעשטעלטער
איבער דריי-פיר שוועלן,
און ס׳ווארטן אויף מיר קינדערלעך
מיט בּיכלעך און מיט העפטן,
מיט שרייעדיקע פּיסקלעך
און בּאָרוועסדיקע פיס.
נאָר זאָל מיין קאָפּ נאָך צופאלן צום קישן,
און זאָלן חלומות קומען לייכטע אין פארפירערישע
צו מיין בּעט.
עס ווילן נאָך אבּיסל שמייכלען מיינע ליפּן
צו מיינע ליבּע חלומדיקע געסט.
The first cry is heard
From the seller in the street,
And my day also calls me
My set path
Across 3 - 4 doorsteps,
And my kids wait
With booklets and notebooks
With yelling mouths
And bare feet.
If my head soon falls to pillows
And if dreams come elusively light
To my bed
My lips will smile just a tiny bit
To my heart’s dream guests
No comments:
Post a Comment