i
איין טרעפּ, צוויי… נאָך… נאָך
שוין איבּער קעפּ,
שוין איבּער דעכער
נאָך ס׳איז ניט העכער.
ווייט דער הימל,
ווייט,
אונטער וואָלקן,
אונטער אייבּיקייט.
און שוואַך די הענט
און קורץ די גלידער
און כ׳פאַל אַרונטער
און כ׳פאַל אַנידער
פארן הימל
און פארן ווייט.
כ׳פארשטעל דאָס פּנים
פול מיט שאַנד
פאר עפּעס פאר אַ הענט,
אַ שווערע האנט.
One step, two… again… again…
already over head
already over roofs
It’s just not higher
The sky is far away,
Far,
Under clouds
Under eternity.
Hands sluggish
Arms short
I fall down
I fall flat
Sky ahead
Far ahead
The face is covered
with shame
by a hand,
A heavy hand