מיר פאָרן
די רעדער פון דעם וואָגן
לויפן רונד די לבנה ארום.
די פוס-טריט פון דעם פערד
מעסטן אויס חלומות
פון צעשראָקענע בּעריאָזעס,
וואָס זענען פון ווייכע היימען
אַנטלאָפן
אויף איינזאַמע וועגן.
שטיל.
איינגעשלאָפענע הינט.
פון אופגעהויבּענע זשוראַוון טריפט די שטילקייט
אין טיפע בּרונעמער אַראָפּ.
מיר פאָרן.
אויף אַ שוועל פון א פארלאָשענעם הייזל.
שטיין א פרוי
אומבּאוועגלעך - ווייס.
מיר פאָרן.
מיר פירן אַוועק דאָס האַרץ פון דער שטילער פרוי.
Draft
No comments:
Post a Comment