Rain
רעגן
א וואָלקן האָט זיך אויסגעצויגן
אויף אלע פיר
און ווייסט נישט:
אויסדרייען דעם האַלז,
אָדער נישט?
צוויי פרויען זענען איינגעשלאָפן נעבּן טיש.
זייערע קעפּ זענען גרוי,
זייערע הענט - גערינצלט.
איך עפן די אַלטע שאַנק
און זוך:
דעם פארעגנטן מאנטל?
דאָס פארשנייטע טוך?
A cloud stretches out
on all fours
and can’t decide:
wring its neck,
or no?
Two women are sleeping by the table
Their heads are gray
Their hands - wrinkled
I open the old closet
And search:
the rained on coat?
the snow covered cloth?
No comments:
Post a Comment