ii
דורכגעפיבּערט איבּער לופט,
צערונצלט זיך אויף ווענט,
אריינגעקוקט אין פענסטער
אַ בּינטל נעכטנס ט׳אָנגעבּראַכט
די נאַכט.
האַלבּ נאַקעטע,
האַלבּ טויטע,
אין שטעט פארשלאָסענע,
פארבּויטע,
יאָרן שוין ווי שניי צעגאנגענע,
און פּנימער מיט צייט פארהאָנגענע.
דורכגעפיבּערט איבּער לופט,
צערונצלט זיך אויף ווענט,
פארשוואונדן אינם פענסטער
פון וואַנען און וואוהין?
איר קינדער פון דער פינסטער.
No comments:
Post a Comment